רב אבא, אדער ווי ער ווערט אנגערופן אין ש"ס מיטן נאמן רב, אדער אבא אריכא. ער האט געגרינדעט די ישיבה אין סורא.
זיין אפשטאם
זיין פאטער האט געהייסן אייבו, ער שטאמט פון די קינדער פון שמעי דער ברודער פון דוד המלך. ער ווערט פארעכנט אלס א בן גדולים איינער וואס שטאמט פון חשובע איידל לייט.
זיין נאמען
אין גמרא געפונט מען אסאך מען האט אים גערופן אבא. שמואל האט אים גערופן אבא, זאגט רש"י[1] צוליב חשיבות, אזוי ווי מען זאגט אויף א חשובער קלוגער מאן "ער איז מיין טאטע". אדער מיינט דאס ער איז דער חשובסטער און דער עלטסער פון אלע, ער איז דער טאטע, ווייל ער האט לאנג געלעבט איבער 400 יאהר.[פֿעלט אַ מקור]
אויך געפינט מען אסאך מען האט אים גערופן רב. ווייל אזוי ווי מען רופט רבי יהודה הנשיא רבי, האט מען אים גערופן רב, ווייל אין ארץ ישראל האט מען גערופן רבי, און אין בבל האט מען גערופן רב, און ער האט געוואוינט בעיקר אין בבל.[2]
אויך האט ער געהייסן אבא אריכא[3] ווי באלד ער איז געווען א הויכער מענטש.
זיינע רביים
ער איז געווען א תלמיד פון רב חייא, זיין פעטער, זיין טאטענס ברודער [4]. רב חייא האט אים זייער חשוב געהאלטן און אים גערופן "בן אחותי" מיין געליבטער טייערער [5]. אויך איז ער געווען א תלמיד פון רבי יהודה הנשיא דער בעל משניות [6]. דער רמב"ם שרייבט אין די הקדמה פון פירוש המשניות אז ער האט מקבל געווען פון ר' ינאי, אבער דער ראב"ד שרייבט לא היה ולא נברא עס איז נישט אמת.
פון זיין לעבענס ביאגראפיע
ער איז קודם געווען ביי רבי יהודה נשיאה אין ארץ ישראל און געלערנט אין זיין ישיבה.
אין שנת ג'תתקע"ט איז רב צוזאמען מיט זיין חבר שמואל אראפ קיין בבל, אנהייב האט מען נישט געוואוסט זיין גרויסקייט און מען האט אים געשעטלט פאר א דאלמוטשער פאר די בני ישיבה ביז ר' שילא האט זיך גאכאפט אז דאס איז רב און האט אים זייער מכבד געווען[7]
שמואל האט זיך באזעצט אין נהרדעא און געווארן דארט דער ראש ישיבה, רב האט נישט געוואלט שטערן זיין חבר שמואל און איז געגאנגען קיין סורא וואס הייסט אויך מתא מחסיא, עס האבן דארט געוואינט אסאך אידן, אבער רוב זענען געווען עמי הארץ, ער האט זיך דארט באזעצט אין אויסגעלערנט די גאנצע שטאט די וועגן פון די תורה, די גמרא [8] זאגט רב בקעה מצא וגדר בה גדר, רב האט געטראפען א ליידיג פלאץ און האט דארט ארום גענומען דאס גאנצע פלאץ מיט תורה, רב האט דארט אויפגעשטלט א גרויסע ישיבה מיט אסאך תלמידים, האט אויפגעשטלעט דארט א בית דין, אזוי איז אויסגעקומען אז אין בבל האט עקזיסטירט צוויי גרויסע בתי דינים, אין נהרדעא וואס שמואל האט געהאט און אין סורא וואס רב האט אויפגעשטעלט. ער איז געווען אין סורא א ראש ישיבה 24 יאר[9] ווי עס שטייט רבותינו שבבבל מיינט מען רב און שמואל.[10]
א תנא אדער א אמורא
אין גמרא געפונען מיר רב תנא הוא ופליג,[11] ער ווערט אבער אויך פארעכנט ווי א אמורא, דאס איז וויבאלד ער האט לאנג געלעבט, ער איז געווען אין די ענדע פון די תנאים און ביים אנפאנג פון די אמוראים. דער ספר כריתות שרייבט אז רב ווערט נישט דערמאנט אין די משנה וויבאלד זיין דור וואס זענען געווען אנהייב פון די אמוראים האט אים נישט גערעכנט פאר קיין תנא, דעריבער האט ר' יוחנן נישט אנגענומען זיינע רייד, אבער פאר אונז ווערט ער פארעכנט ווי א תנא, און ער האט א כח צו קרוגען אויף תנאים.
ער איז אויך געווען א מקורב למלכות, עס איז געווען א שר אדרכן וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש, אזוי נאנט ווי רב מיט אנטונינוס, ווען דער שר איז געשטארבן האט רב געזאגט נתפרדה החבילה.[12]
זיינע חברים
ער האט געהאט גאר אסאך, מיר דערמאנן נאר אייניגע. שמואל, ר' יצחק בן אבדימי, ר' חנינא, ר' יוחנן, רב חביבא, ר' אבא בר יעקב.
זיין משפחה
א ווייב האט ער געהאט נישט צו א גוטע, זיין פלעגט אים צוגערייטן פונקט דאס פארקערטע וואס ער האט געוואלט, ווען ער האט געבעטן איין זאך האט זי געמאכט א אנדערע, אין גמרא[13] ווערט פארציילט אז ווען זיין זוהן איז אינטערגעוואקסן איז אים בייגעפאלן ער זאל זאגן פאר זיין מאמע דאס פארקערטע, דאס הייסט ווען ער האט געוואוסט אז זיין טאטע דארף למשל באנדל זופ האט ער געזאגט פאר די מאמע זי זאל מאכן טשיקן זופ, האט זי דאך געמאכט דאס פארקערטע זי האט געמאכט באנדל זופ, אזוי האט רב געהאט וואס ער האט געוואלט, ווען דער טאטע רב האט דאס געזעהן האט ער אויסגלערנט זיין קינד, ניין עס איז נישט גוט, ווייל די געוויינסט דיך צו זאגן ליגענט. ער האט געזאגט איך האב גענוג פון מיין ווייב דערמיט וואס זי ערציט מיינע קינדער און זי איך מיך מציל פון זינדיגן.
רב האט זיך געפירט ווען ער איז אנגעקומען אין א פלאץ האט ער זיך גענומען א ווייב, ער האט געזאגט מאן הויה ליומא, וועלכע פרוי איז גרייט צו זיין מיין ווייב, אויף בלויז א טאג ווילאנג איך בין דא, דערנאך ווייס איך נישט ווען איך וועל זיך צוריק קערן.[14]
זיין פטירה
ווי דערמאנט האט ער גלעבט זייער לאנג פיר הונדערט יאהר [15]. רב איז אוועק שנת ד'ג'.[16]
זיין דור האבן געמאכט אויף אים א גאר שטארקן הספד, א גאנצע יאהר פון זיין פטירה האט מען נישט געבררענגט קיין הדסים און בלומען ביי קיין חתונה. רבי יוחנן האט צוריסן דרייצן בגדים אויף אים און געזאגט אזיל גברא דמסתפינא מיניה, עס איז אוועק א מענטש וואס איך האב מורא געהאט פון אים.
זיין זוהן האט געהייסן ר' חייא בר רב, זיין איידעם רב חנן. זיינע קאזינעס זענען געווען רבנא, עוקבא, רבנא, נחמיה,
זיינע ספרים
עס איז דא וואס זאגן אז ער האט מחבר געווען דעם ספרא מיטן ספרי.[17] זיין ברענגן דערצו א ראיה ווייל עס הייסט ספרא דבי רב און ספרי דבי רב.
אויך איז דא א מדרש עשרה מילי דחסידותא וואס רעדט ארום די צען חסידות וואס רב האט זיך דערמיט געפירט 1) ער האט נישט ארויסגעקוקט פון זיינע ד' אמות. 2) ער איז נישט געגאנגען מיט א בלויזן קאפ. 3) ער האט געגעסן שבת דריי סעודות. 4) ער האט אינזינען געהאט ביים דאווענען. 5) נישט געקוקט אויף די זיין. 6) ווען ער איז אריין אין בית המדרש איז ער געגאנגען א אוםוועג, כדי דער ציבור זאל זיך נישט אויפשטעלן און זיך ריקן פאר אים. 7) ער האט נישט געגען קיין סעודת הרשות נאר א סעודה פון א מצוה. 8) ווער עס האט אים באליידיגט איז רב געגאנגען צו אים און האט אים איבערגעבעטן. 9) ער האט געהאט א זיסע שטומע, דעריבער פלעגט ער אסאך זיין א מתרגם מסביר זיין פאר די בני ישיבה וואס די ראשי ישיבות זאגן. י) ער איז שטענדיג געגאנגען מיט טלית און תפלין.
עס איז דא אסך פירושים אויף דער מדרש, צו לעצט האט דאס געדרוקט דער גאון ר' גרשון העניך ליינער פון ראדיזין אין צען טאג וואס ער איז געזעסן אין תפיסה, יעדן טאג האט ער מסביר געווען א צווייטער מדה פון רב מיט גרויס בקיאות און חריפות שאין דוגמתו.
דער רמב"ם שרייבט אויף אים ער האט נישט גערעדט קיין דברים בטלים זיין גאנץ לעבן.
רעפערענצן
- ↑ (יבמות נ"ז ע"ב, ברכות מ"ז ע"א)
- ↑ רשב"ם ב"ב דנב., ופסחים קיט:).
- ↑ (נדה כד:)
- ↑ (עירובין י"ב ע"ב, ומכות יא.)
- ↑ (ערוך)
- ↑ (ביצה כב:)
- ↑ (יומא כ:).
- ↑ חולין קי.
- ↑ אגרת רב שרירא גאון
- ↑ סנהדרין י"ז
- ↑ (חולין קכ"ח ע"ב גיטין לב: און נאך)
- ↑ (עבודה זרה ד"י ע"ב)
- ↑ (יבמות ס"ג)
- ↑ (יבמות ל"ז ע"ב)
- ↑ (כנסת יחזקאל ח"ג פס"ג)
- ↑ אגרת רב שרירא גאון.
- ↑ (רמב"ם בהקדמת פי' המשניות)
אמוראים
|
אמוראי ארץ ישראל
|
ערשטער דור (ביז ד' אלפים)
|
|
צווייטער דור (ביז ד'ם')
|
|
דריטער דור (ביז ד'ע')
|
|
הדור הרביעי (ביז ד'ק')
|
|
הדור החמישי (ביז ד'ק"ם)
|
|
הדור השישי (ביז ד'ק"ע)
|
|
אמוראי בבל
|
ערשטער דור (ביז ד' אלפים)
|
|
צווייטער דור (ביז ד'ם')
|
|
דריטער דור (ביז ד'ע')
|
|
פערטער דור (ביז ד'ק')
|
|
הדור החמישי (ביז ד'ק"ם)
|
|
הדור השישי (ביז ד'ק"ץ)
|
|
הדור השביעי (ביז ד'רכ"ה)
|
|
הדור השמיני (ביז ד'ר"ס)
|
|