HTML

HTML איז דער ראשי תיבות פון HyperText Markup Language (טייטש: היפּער־טעקסט באצײכענען שפּראַך) דאס איז א שפראך וואס ווערט ברייט באניצט אויפן אינטערנעץ צו זאגן פאר קאמפיוטערס ווי אויסצולייגען וועב זייטלעך. די געזעצן פון HTML ווערן אנגעפירט דורך די W3C. די היינטיגע ווערסיע איז HTML 4.01.

מען שרייבט דעם HTML קאד אין א טעקסט טעקע. מען שרייבט HTML מיט סימבאלן וואס הייסן טאַגן; זיי זענען צוטיילט אויף פיר קלאסן:

  1. סימבאלן וואס באצייכענען די ראלע פון דעם טעקסט. למשל -
    <h1>פיש פון א טייך</h1>
    
    דאס מיינט - די פראזע "פיש פון א טייך" איז א קעפל פונעם ערשטן ראנג.
  2. סימבאלן וואס באצייכענען וויאזוי א טייל פון טעקסט זאל אויסזען. למשל -
    <b>קארפ</b>
    
    - מ'זאל ווייזן דאס ווארט "קארפ" דיק.
  3. פארבינדונגען, צו פארבינדן מיט אן אנדערן דאקומענט. למשל -
    <a href="http://yi.wikipedia.org">וויקיפעדיע</a>
    
    שאפט אזא פארבינדונג: וויקיפעדיע.
  4. פארשידענע אביעקטן וואס זענען נישט טעקסט. למשל -
    <img src="a.png">
    
    ווייזט דאס בילד a.png אין דעם דאקומענט.

די פירמעס וואס האבן ארויסגעלאזט די ערשטע בלעטערערס האבן געזען א נויט צו פארבעסערן HTML און יעדע איינע האט געטון לויט ווי זי האט פארשטאנען. במשך הזמן האט W3C ארויסגעגעבן נייע ווערסיעס פון HTML וואס האבן אדער אריינגעלייגט די הצעות פון די פירמעס אפיציעל אדער מחדש געווען א נייעם וועג אדורכצופירן די נייע פונקציעס. וועגן דעם איז מעגלעך צו טרעפן וועב-ערטער וואו די בלעטער זענען נישט געשריבן לויט די אפיציעלע געזעצן פון HTML.

די לעצטע ווערסיע פון HTML איז באשטימט געווארן אין יאר 1999, מען קלערט נישט צו מאכן קיין נייע ווערסיעס. אצינד ארבעט מען אויף מער מאדערנע שיטות פון באצייכענען בלעטער ניצנדיק, למשל, XHTML צוזאמען מיט CSS.

אויפבויען א HTML דאקומענט

א HTML דאקומענט ווערט אויפגעבויט היערארכיש, יעדער טאג וואס מען עפנט דארף ווערן פארמאכט איידער מען פארמאכט פריערדיגע טאגן. אזוי זעט אויס א גרונטלעכערHTML דאקומענט:

<html>
  <head>
    <title>בלאט קעפל</title>
  </head>
  <body>
    אינהאלט פון דאקומענט, פאסט אז עס זאל זיין צווישן טאגן אזוי
    <p>פאראגראף</p>
  </body>
</html>

אין אנהייב פונעם דאקומענט, פאר'ן <html> טאג, דארף פארקומען א מעלדונג וועגן דער ווערסיע פון HTML וואס דער דאקומענט באניצט, און וואו מען טרעפט דעם DTD וואס דעפינירט זי. למשל, פאר ווערסיע 4.01 שטרענג, קומט פאר די מעלדונג:

<!DOCTYPE HTML PUBLIC "-//W3C//DTD HTML 4.01//EN" "http://www.w3.org/TR/html4/strict.dtd">

זעט אויך

Content Disclaimer

Informasi ini disarikan dari Wikipedia dan disajikan kembali untuk tujuan edukasi. Konten tersedia di bawah lisensi CC BY-SA 3.0. Kami tidak bertanggung jawab atas ketidakakuratan data yang bersumber dari kontribusi publik tersebut.

  1. The information displayed on this website is sourced in part or in whole from Wikipedia and has been adapted for the purpose of restating it. We strive to provide accurate and relevant information, however:
  2. There is no guarantee of absolute accuracy. Wikipedia is an open, collaborative project that can be edited by anyone, so information is subject to change.
  3. It is not intended to constitute professional advice. The content displayed is for informational and educational purposes only. For important decisions (e.g., medical, legal, or financial), please consult a professional.
  4. Content copyright. Wikipedia is licensed under the Creative Commons Attribution-ShareAlike License (CC BY-SA). This means that content may be reused with appropriate attribution and shared under a similar license.
  5. Responsible use. Any risk arising from the use of information from this website is entirely the responsibility of the user.